געב די מתנה פון דעת

From the Wikimedia Foundation
Revision as of 02:30, 16 January 2010 by Cbrown1023 (talk | contribs)

Jump to: navigation, search

וויקימעדיע דארף אייך | Appeal from Board Chair | Press Release | FAQ | Donor Privacy Policy | Tax-deductibility of donations | Gift Policy | Planned Spending | Gift Certificate

פלוירענס דעוואוירד, פארזיצער פון וויקימעדיע פאונדאוציע.

וויקיפעדיע גייט אריין אין יאר 2007 אלס איינער פון די 10 מערסטע באנוצטע וועב סייטס פון די גאנצער אינטערנעט. דאס איז א גרויסער באווייז אויף אונזער סוקסעס.


אבער, מיט די הצלחה, קומט א נייער פאר פון נסיונות און פאראנטווארטליקייטן. אזויווי אונז פלאן מיר די עתיד פון וויקיפעדיע און אלע אנדערע וויקימעדיע פראיעקטן, איז אונזער 2 מערסטענס וויכטיגסטע צילן: פארלעסליכקייט פון די אינהאלט און דער לאנג-טערמין'דיגער אויפהאלטונג פון אלע פראיעקטן וואס מיר זענען פארמישט.


צו ערגרייכן די צילן האבן מיר פיל ארבייט צו טאן, דעריבער בעט איך פאר אייער הילף. אין די קומענדיגע יאר טוט די וויקימעדיע פאונדאוציע ערווארטען א דראמאטישער וואוקס אין פאנדינג אויפטרייבונג מיטצוהאלטן מיט די כסדרדיגע וואוקס פון טראפיק און דעריבער פארגרעסטערטע סערווער פארלאנגען, און נייע אדמיניסטראציע פערסאנאל נאכצוקומען ארגענעזאציע צוועקן, פארבעסערן אונזער סאפטוועיר פראגראמען און אנטוויקעלן מעטאדען צו פארבעסערן די קוואליטעט פון אינהאלט, אלעס בשעת מיר זענען פארטאן אין מאכן פארשריט צו אונזער הויפט און עיקר אויפגאבע: צו געבן פרייע בחינם'דיגע דעת פאר יעדן איינעם אויף די וועלט.


אונזערע באזוכער און רעדאקטירער האבן זיך שטענדיג אנגערופן גאר ווארעם אין די פארגאנגענהייט, און זייערע נדבות האבן אונז דערלויבט אנצוהאלטן משך פון די ערשטע דריי יאר פון אונזער עקיזסטענץ. אונזער לעצטיגער אודיט ווייזט ווי פאראנטווארטליך מיר האבן זיך פארנוצט מיט די פילע נדבות וואס מיר האבן ערהאלטן. איצט ווען מיר ברויכן זיך און נאך פאנדס צו אנהאלטן די אויפהאלטונג און וואוקס פון די פראיעקטן. ביטע נעמט אין באטראכט זיך צו ביישטייערן צו די וויקימעדיע פאונדאוציע. דאס וועט זיין אייער אינוועסטמענט אין וויקיפעדיע און אין אלע אירע שוועסטער פראיעקטן צו פארזיכערן אז די קוועלער פון דעת פארבלייבן אפען און פריי פאר יעדן צו האבן גלייכע צוטריט דערצו בעשת ווען אונזער יוניווערס פון באנוצער וואקסן.


פלוירענס דעוואוירד

פארזיצער פון די וויקימעדיע פאונדאוציע - דעסעמבער 2006