Jimmy Thank You/yi
א ייש"כ פֿון וויקיפעדיע גרינדער זשימי וויילס
אומגלייבלעך.
יעדע יאר שטעלט די וויקימעדיע פֿונדאַציע א ציל וואס זי ווייס וועט זײַן שווער צו דערגרייכן. זיי מוזן, ווײַל די וויקימעדיע וועבזײַטלעך און באַוועגונג האַלט אין אײַן וואַקסן. וויקיפעדיע איז אַצינד דאס פֿינפֿטע מערסטע באַזוכטע וועבזײַטל אין דער וועלט, אבער אונזער שטאַב, אינפֿראַסטרוקטור און בודזשעט זענען נישטיק רעלאַטיוו צו נאר וועלכן פֿון די אַנדערע 10 גרעסטע וועבזײַטלעך.
יעדע יאר, קומט צוזאַמען די וועלט צו שטיצן וויקיפעדיע און אירע שוועסטער זײַטלעך. דאָס ערשטע מאָל וואָס מיר האבן געשאַפֿן געלט איז דאָס געווען א קהלשער אָנשטרענג צו קויפֿן פֿאַר א וואלונטיר—וואָס שפעטער איז ער געווארן אונזער ערשטער טעכנישער דירעקטאר—א דרינגנדיקן נייטיגן שויס־קאמפיוטער.
אבער הײַ יאר איז נאך מער אומגלייבלעך ווי געוויינטלעך ווײַל דאָס יאָר פֿײַערן מיר וויקיפעדיע'ס צענטן געבורטסטאָג. איז דאך וויכטיק אַז מ'זאל אָנהייבן דאָס יאָר אזוי: מיט א בודזשעט וואס דעקט די אַלע פראיעקטן פון דער וויקימעדיע פֿונדאַציע צו שטיצן וויקיפעדיע און אלע שוועסטער פראיעקטן ווען מיר הייבן אָן דעם נעקסטן יארצענדליקער פֿון אונזער צוזאמען־ארבעט.
כאטש דאָס יאָר האבן מיר געשאַפֿן מער ווי יעדן פֿריערדיקן יאָר—$16 מיליאן—איז דאָס געווען בײַ אונז די גיכסטע געלט־שאַפֿן אַקציע.
נאך סטאַטיסטיק פֿאַר אײַך:
- מער ווי 500,000 נדבות צו דער וויקימעדיע פֿונדאַציע.
- כמעט 130,000 נדבות צו לאקאַלע וויקימעדיע צווייגן איבער דער גארער וועלט.
- צוויי פֿון די גרעסטע געלט־שאַפֿן טעג אין דער געשיכטע פֿון וויקיפעדיע.
- דורכשניט נדבה: בערך $22.
אין דער אקציע זענען געווען אלע קאמפאנענטן וואס מיר האבן ליב וועגן וויקימעדיע פראיעקטן: מענטשן קומען צוזאם, בײַשטײַערן וואָס זיי האבן, און צוזאמען טוט מען אויף. די בײַשטײַערונג פון א טעכנאלאגיע ארבעטער אין מומביי, אינדיע, באַהעפֿט מיט דער בײַשטײַערונג פֿון א בערזע־מעקלער אין לאנדאן און פֿון א סטודענט אין מאסקווע, , קומט אויס אז מיר קענען אויסהאַלטן און שטיצן דעם פראיעקט אויף נאך א יאָר.
אַצינד, לאמיר טרינקען לחיים.
פון טיפֿעניש פֿון מײַן האַרץ, און אין דעם נאָמען פֿון מער ווי100,000 טעטיקע וואלונטירן,
א יישר כח.
זשימי וויילס
וויקיפעדיע גרינדער
Wikipedia is a project of the Wikimedia Foundation. Questions or comments? Write to: donate
wikimedia.org
Learn more about local chapters and their projects